אבישי אלקסנדר פיש
מוזיקאי, שחקן ומתרגם. בוגר בית צבי, מכון אוקספורד למדעי היהדות (אוקספורד, גרמניה) והאקדמיה למוזיקה ע"ש אלפרד שניטקה (המבורג, גרמניה). עוסק בזמרת סולו במספר סגנונות (החל במסורות עממיות, דרך מוזיקה עתיקה וכלה במוזיקה מודרנית), בכתיבת מוזיקה לתיאטרון (לאחרונה בהבימה ובתיאטרון באר שבע), בתרפיה בזמרה ובהוראת זמרה, בתרגום (בעיקר מיידיש וליידיש עבור תיאטרון הבימה, תיאטרון יידישפיל ועוד אבל לא רק), פעיל כנגן (פסנתר, אקורדיון ועוד) בכמה להקות והרכבים, מבצע תכופות יצירות שנכתבו עבורו, לובש רק בגדים שהוא תפר לבד ומקווה שיום אחד הוא גם ילמד לעשות נעליים.

איך אָטעם גאָר שווערלעך, אַ קליינע פרוי בין איך

תרגום ליידיש של שירים מתוך המחזה “סולומון גריפ” מאת חנוך לוין

איך אָטעם גאָר שווערלעך

סאָלאָמאָן

איך אָטעם גאָר שווערלעך, קיין לופט האָב איך ניט,

כ’בין גאָרניט דערלויבט איצט צו זינגען קיין ליד.

סע פּאַסט מיר נאָר ליגן אין בעט ווי אַ קלאָץ,

אָטעמען טיף, אויף דער סטעליע אַ גלאָץ.

איך אָטעם גאָר שווערלעך, קיין לופט האָב איך ניט,

כ’בין גאָרניט דערלויבט איצט צו זינגען קיין ליד.

עס טוט אין די לונגן  מיר וויי, אוי וויי

כ’ווער באַלד אַ געוועזענער, פאַרטיק, אַדיע.

אָבער ווייל מיין לעבן ווערט אַזוי שיטער

טוט עס מיר באַנג און ס’איז מיר ביטער.

איך אָטעם גאָר שווערלעך, קיין לופט האָב איך ניט,

כ’בין גאָרניט דערלויבט איצט צו זינגען קיין ליד.

ווען איך וואָלט אַצינד ניט געזונגען קיין ליד,

כ’וואָלט אפשר געלעבט נאָך אַ פּאָר מינוט.

איך אָטעם גאָר שווערלעך, קיין לופט האָב איך ניט,

כ’בין גאָרניט דערלויבט איצט צו זינגען קיין ליד.

ביים סוף פונעם ליד וועל איך געוויס קראַפּירן,

פאַלן ווי אַ שמאַטע און אין דר’ערד אַריינמאַרשירן…

אָבער ווייל מיין לעבן ווערט אַזוי שיטער

טוט עס מיר באַנג און ס’איז מיר ביטער.

איך אָטעם גאָר שווערלעך, קיין לופט האָב איך ניט,

כ’בין גאָרניט דערלויבט איצט צו זינגען קיין ליד.

און ווייטער צו זינגען כ’קען סיי ווי סיי ניט,

כ’ווער באַלד אַ געוועזענער,

פאַרטיק, אַדיע,

פאַרטיק, אַדיע,

פאַרטיק, אַדיע.

פאַרטיק, אַדיע,פאַרטיק, אַדיע,

אַ-דיע-ע-ע-ע-ע

קשה לי לנשום

סולומון: 

קשה לי לנשום, אין לי אוויר,

אסור לי לשיר, אסור לי לשיר,

במצב שלי אני צריך לשתוק,

לשכב במיטה ולנשום עמוק.

קשה לי לנשום, אין לי אוויר

אסור לי לשיר, אסור לי לשיר,

כל מאמץ נוסף בָּרֵיאות

מקצר אח הזמן שנשאר לי לחיות.

     אך מפני שחיי הולכים להיגמר

זה כואב לי ואני מתמרמר.

קשה לי לנשום, אין לי אוויר,

אסור לי לשיר, אסור לי לשיר,

לו הייתי סותם את הפה,

הייתי עוד קצת בחיים מבלה.

קשה לי לנשום, אין לי אוויר,

אסור לי לשיר, אסור לי לשיר,

בסוף השיר אני בטח אמות,

ואפול על הרצפה כמו סמרטוט.

     אך מפני שחיי הולכים להיגמר

     זה כואב לי ואני מתמרמר.

קשה לי לנשום, אין לי אוויר,

אסור לי לשיר, אסור לי לשיר,

אני לא יכול להמשיך יותר,

אני תיכף גומר,

אני תיכף גומר,

אני תיכף גומר,

אני תיכף גומר,

    גו – מר! גו – מר!

    גו – או – או – או – מר!

אַ קליינע פרוי בין איך

פרציפלאָכע     

אַן עלנטע פרוי בין איך און האָב קיין פרייד,

דאָס לעבן יאָגט מיר נאָך און ציט מיין קלייד,

איך וואַלגער זיך אין  בעט ביינאַכט און לייד,

אַן עלנטע, קליינע פרוי בין איך און האָב קיין פרייד.

באַרמאַליי    

דו וועסט נאָך טאַנצן גיין אויף באַרג און טאָל,

רייסן בלומען, זינגען לידער אויף אַ קול –

און באַגלייטן דיינע לידער,

מיט ציטערנדיקע גלידער,

וועלן קראַנקע אויפן דאַך פון דעם שפּיטאָל.

פרציפלאָכע  

אַ בידנע פרוי בין איך, אַלץ טוט מיר וויי…

איך קייקל זיך אויף דר’ערד ווי אַ האַרט איי,

סע העלפט מיך קיינער ווען איך קום צי גיי,

אַ בידנע, קליינע פרוי בין איך, אַלץ טוט מיר וויי.

באַרמאַליי  

דו וועסט נאָך טאַנצן גיין אויף באַרג און טאָל,

רייסן בלומען, זינגען לידער אויף אַ קול –

און באַגלייטן דיינע לידער,

מיט ציטערנדיקע גלידער,

וועלן קראַנקע אויפן דאַך פון דעם שפּיטאָל.

פרציפלאָכע   

אַ שוואַכע פרוי בין איך, איך בין אויך פעט,

סע טוט מיר קיינער אויף מיין קאָפּ אַ גלעט,

איך שלעפּ זיך גאָר אַליין אויף דער פּלאַנעט,

אַ מיזעראַבלע פרוי בין איך, ווי איר דאָס זעט.

באַרמאַליי  

דו וועסט נאָך טאַנצן גיין אויף באַרג און טאָל,

רייסן בלומען, זינגען לידער אויף אַ קול –

און באַגלייטן דיינע לידער,

מיט ציטערנדיקע גלידער,

וועלן קראַנקע אויפן דאַך פון דעם שפּיטאָל.

אני אשה אומללה

פרצי 

אני אשה כל כך קטנה ואומללה,

אני סובלת כל הלילה במיטה גדולה,

והחיים היקרים מושכים לי בשימלה,

אני אשה כל כך קטנה ואומללה.

ברמלי 

עוד תהיי אשה עם נחת בחיים,

ובעמק תקטפי כלניות,

וסביב, על ההרים,

מגגות בתי-חולים

ינפנפו לך ידיים רועדות.

פרצי 

אני אשה כל כך קטנה וחלשה,

ומתגלגלת בחיים כמו ביצה קשה,

ובשבילי איו יד עוזרת בשעה קשה,

אני אשה כל כך קטנה וחלשה.

ברמלי 

עוד תהיי אשה עם נחת בחיים,

ובעמק תקטפי כלניות,

וסביב, על ההרים,

מגגות בתי-חולים

ינפנפו לך ידיים רועדות.

פרצי 

אני אשה כל כך קטנה וגלמודה,

אני מאד רוצה להיות, אך אין לי בשביל מה,

ולא נעים לי כבר לחיות על פני האדמה,

אני אשה כל כך קטנה וגלמודה.

ברמלי 

עוד תהיי אשה עם נחת בחיים,

ובעמק תקטפי כלניות,

וסביב, על ההרים,

מגגות בתי-חולים

ינפנפו לך ידיים רועדות.


תצלומים: אריאל נשרי